ייִדיש אין בערלין

די פֿערטע זומער־פּראָגראַם פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אין בערלין וועט פֿאָרקומען אין דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן אינסטיטוט בײַ דעם פֿרײַען אוניווערסיטעט אין בערלין פֿונעם 12טן ביזן 30סטן אויגוסט 2024.

במשך דרײַ וואָכן נעמט דער מיזרח־אייראָפּעיִשער אינסטיטוט אויף תּלמידים פֿון דער גאַנצער וועלט און לייגט זיי פֿאָר ייִדיש־קורסן און קולטורעלע אַקטיוויטעטן (אויפֿן אָרט).

דער פּעדאַגאָגישער פּערסאָנאַל אונטער דער אָנפֿירונג פֿון יצחק ניבאָרסקי וועט פֿאָרלייגן אַן אינטענסיווע פּראָגראַם פֿון ייִדיש־לעקציעס, וואַרשטאַטן (געזאַנג, טעאַטער, שמועס, קאָכן…), רעפֿעראַטן, באַזוכן און פֿילמען.

אַחוץ די 5 מדרגות לעקציעס פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, וועט מען פֿאָרלייגן אַ קורס פֿאַר ייִדיש־לערער.

עס וועלן צעטיילט ווערן סטיפּענדיעס כּדי צו דערלויבן יונגע סטודענטן פֿון דער גאַנצער וועלט צו קומען פֿאַרבעסערן זייער ייִדיש און זיך באַקענען מיט אַנדערע ייִדישיסטן.

אָרט פֿון די לעקציעס :

Osteuropa-Institut (Freie Universität Berlin)
Garystraße 55, 14195 Berlin

אָרגאַניזאַטאָרן

אָרגאַניזאַציע־קאָמיטעט : שרון בר־כּוכבֿא, טל חבֿר־כיבאָווסקי, אַמעלי מאָזער, נאַטאַליע קריניצקאַ.

אָרגאַניזירט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער – מעדעם־ביבליאָטעק בשותּפֿות מיט דעם מיזרח־אייראָפּעיִשן אינסטיטוט בײַ דעם פֿרײַען אוניווערסיטעט אין בערלין.