אײַנשרײַבן זיך 2022

דער דאָזיקער זומערקורס איז שוין אַריבער

אײַנשרײַבונג־קאָסטן

שׂכר־לימוד : 680 אייראָס.
אַדמיניסטראַטיווער צושטײַער : 50 אייראָס.

מע קען בעטן אַ סטיפּענדיע (סטיפּענדיעס דער עיקר פֿאַר סטודענטן).

אַנוליר־באַדינגען

אויב איר אַנולירט אײַער אײַנשרײַבונג פֿאַרן 8טן יולי 2022, וועט מען אײַך צוריקצאָלן דעם שׂכר־לימוד, נאָר ניט דעם אַדמיניסטראַטיוון צושטײַער פֿון 50 אייראָס. אויב איר אַנולירט נאָכן 8טן יולי, וועט קיין צוריקצאָלונג שוין ניט זײַן מעגלעך.

סטיפּענדיעס

די סטיפּענדיעס זענען דער עיקר פֿאָרויסגעזען פֿאַר אוניווערסיטעט־סטודענטן. כּדי צו בעטן אַ סטיפּענדיע זײַט אַזוי גוט און שיקט אונדז אַ בקשה (מיט אַ דערקלערונג פֿאַר וואָס איר ווילט זיך לערנען אויפֿן זומערקורס און פֿאַר וואָס איר דאַרפֿט אַ סטיפּענדיע) דורך דעם קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר.

אויב איר ווילט זיך אײַנשרײַבן אויף דער מדרגה 3, אויף דער אַוואַנסירטער מדרגה אָדער אויפֿן סעמינאַר פֿאַר ייִדיש־לערער, זײַט אַזוי גוט און שרײַבט דעם בריוו אויף ייִדיש.

אײַנשרײַבונג־פֿאָרמולאַר

כּדי גוט צו אָרגאַניזירן די פּראָגראַם און די אײַנשרײַבונג־פּראָצעדור, בעטן מיר אײַך אויסצופֿילן דעם דאָזיקן פֿאָרמולאַר. ווען איר וועט עס האָבן אויסגעפֿילט און מע וועט אײַך אָננעמען אויף דער פּראָגראַם, וועלן מיר אײַך שיקן אַ פֿאַרבינדונג צו באַצאָלן.

אויב נייטיק וועלן מיר אײַך שפּעטער בעטן אויסצופֿילן אַ קורצן שפּראַכטעסט כּדי צו באַשטימען וועלכע מדרגה פּאַסט אײַך צום בעסטן.

כּדי אויסצופֿילן דעם אײַנשרײַבונג־פֿאָרמולאַר אויף ייִדיש, טוט אַ קוועטש דאָ.

אײַנשרײַבן זיך אויפֿן סעמינאַר פֿאַר ייִדיש־לערער

דער סעמינאַר איז באַשטימט פֿאַר די וואָס זײַנען שוין ייִדיש־לערער, אָדער וואָס וועלן לערנען דאָס קומענדיקע יאָר.

אויב איר ווילט קאַנדידירן אויפֿן קורס פֿאַר ייִדיש־לערער, זײַט אַזוי גוט און שיקט אונדז אַ מאָטיוואַציע־בריוו אויף ייִדיש מיט אַ ביאָגראַפֿישער נאָטיץ דורכן קאָנטאָקט־פֿאָרמולאַר.

דער זומערקורס וועט זיך צופּאַסן צו די סאַניטערע כּללים פֿון דער שטאָט בערלין און דער דײַטשישער פֿעדעראַלער רעפּובליק.