דער דאָזיקער זומערקורס איז שוין אַריבער
די צווייטע זומער־פּראָגראַם פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור אין בערלין וועט פֿאָרקומען אין דעם מיזרח־אייראָפּע־אינסטיטוט בײַ דעם פֿרײַען אוניווערסיטעט אין בערלין פֿונעם 12טן ביזן 30סטן אויגוסט 2019.
אונטער דער פּעדאַגאָגישער אָנפֿירונג פֿון יצחק ניבאָרסקי. במשך דרײַ וואָכן נעמט דער מיזרח־אייראָפּע־אינסטיטוט אויף תּלמידים פֿון דער גאַנצער וועלט און לייגט זיי פֿאָר ייִדיש־קורסן און קולטורעלע אַקטיוויטעטן. וואַרשטאַטן, רעפֿעראַטן און פֿילמען דערלויבן יעדן איינעם צו פֿאַרטיפֿן די שפּראַך־קענטענישן און זיך צו באַקענען מיט ייִדישיסטן פֿון אַנדערע לענדער
אַחוץ די 5 מדרגות לעקציעס פֿון ייִדישער שפּראַך און ליטעראַטור, וועט מען צום ערשטן מאָל אין בערלין פֿאָרלייגן אַ קורס פֿאַר ייִדיש־לערער
שרײַבט אײַך גיך אײַן, די צאָל ערטער איז באַגרענעצט
אָרט פֿון די לעקציעס
Osteuropa-Institut (Freie Universität Berlin)
Garystraße 55, 14195 Berlin
אָרגאַניזאַטאָרן
אָרגאַניזאַציע־קאָמיטעט : שרון בר־כּוכבֿא, סאָפֿי דאָ, טל חבֿר־כיבאָווסקי, רייזע טורנער, עליזאַבעט לאַנדענבערגער, סעסיל נעזער חבֿר, שחר פֿײַנבערג, נאַטאַליע קריניצקאַ, מרים שולץ, טינאָ שמיט
קאָאָרדינאַטאָר : טל חבֿר־כיבאָווסקי
אָרגאַניזירט פֿונעם פּאַריזער ייִדיש־צענטער – מעדעם־ביבליאָטעק בשותּפֿות מיט דעם מיזרח־אייראָפּע־אינסטיטוט בײַ דעם פֿרײַען אוניווערסיטעט אין בערלין
אָרגאַניזירט אַ דאַנק דער אונטערשטיצונג פֿון דער פֿונדאַציע לזכר דעם חורבן און דער שלמה אַלבאַם־פֿונדאַציע