אײַנשרײַבונג־קאָסטן
שׂכר־לימוד : 700 אייראָס.
אַדמיניסטראַטיווער צושטײַער : 50 אייראָס.
מע קען זיך אײַנשרײַבן ביז עס בלײַבן פֿרײַע ערטער.
אַנוליר־באַדינגען
אויב איר אַנולירט אײַער אײַנשרײַבונג פֿאַרן 12טן יולי 2024, וועט מען אײַך צוריקצאָלן דעם שׂכר־לימוד, נאָר ניט דעם אַדמיניסטראַטיוון צושטײַער פֿון 50 אייראָס. אויב איר אַנולירט נאָכן 12טן יולי, וועט קיין צוריקצאָלונג שוין ניט זײַן מעגלעך.
סטיפּענדיעס
די סטיפּענדיעס זענען דער עיקר פֿאָרויסגעזען פֿאַר אוניווערסיטעט־סטודענטן. כּדי צו בעטן אַ סטיפּענדיע זײַט אַזוי גוט און שיקט אונדז אַ בקשה (מיט אַ דערקלערונג פֿאַר וואָס איר ווילט זיך לערנען אויפֿן זומערקורס און פֿאַר וואָס איר דאַרפֿט אַ סטיפּענדיע) דורך דעם קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר.
אויב איר ווילט זיך אײַנשרײַבן אויף די מדרגות 3 ביז 5 אָדער אויפֿן סעמינאַר פֿאַר ייִדיש־לערער, זײַט אַזוי גוט און שרײַבט דעם בריוו אויף ייִדיש.
עס איז ניטאָ קיין צײַט־באַגרענעצונג צו בעטן אַ סטיפּענדיע, נאָר ווי באַלד די צאָל סטיפּענדיעס איז באַגרענעצט, איז בעסער צו אַפּליקירן אַזוי באַלד ווי מעגלעך.
מדרגות
בײַם באַצאָלן דעם שֹכר־לימוד וועט מען בײַ אײַך בעטן אויסצוקלײַבן אַ מדרגה וואָס איז צום בעסטן צוגעפּאַסט צו אײַערע שפּראַך־קענטענישן. פֿונדעסטוועגן איז מעגלעך אַז די אָרגאַניזאַטאָרן וועלן אײַך צוטיילן צו אַן אַנדער גרופּע אויב ס’איז נייטיק צוליב פּעדאַגאָגישע סיבות. אויב איר זײַט ניט זיכער וועלכע מדרגה איז פֿאַר אײַך צוגעפּאַסט, זײַט אַזוי גוט און שרײַבט אונדז
אײַנשרײַבונג אויף דער וועבזײַט העלאָאַסאָ
איר קענט באַצאָלן פֿאַר דער אײַנשרײַבונג אויף דער וועבזײַט « העלאָאַסאָ » (די פֿאַרבינדונג געפֿינט זיך אונטן). ווען איר וועט האַלטן בײַם צאָלן, וועט אײַך די וועבזײַט פֿאָרלייגן צוצוגעבן אַ געוויסע סומע « טרינקגעלט » וואָס אַ דאַנק דעם פֿונקציאָנירט זי. דער דאָזיקער צושטײַער, ווי אויך זײַן באַטרעף, איז אין גאַנצן פֿרײַוויליק. איר קענט בײַטן די סומע מיט דעם געהעריקן קנעפּל איידער איר ענדיקט זיך אײַנשרײַבן
אײַנשרײַבן זיך אויפֿן סעמינאַר פֿאַר ייִדיש־לערער
דער סעמינאַר איז באַשטימט פֿאַר די וואָס זײַנען שוין ייִדיש־לערער, אָדער וואָס וועלן / ווילן לערנען אין דער צוקונפֿט.
אויב איר ווילט קאַנדידירן אויפֿן קורס פֿאַר ייִדיש־לערער, זײַט אַזוי גוט און שיקט אונדז אַ מאָטיוואַציע־בריוו אויף ייִדיש מיט אַ ביאָגראַפֿישער נאָטיץ דורכן קאָנטאַקט־פֿאָרמולאַר.
סאַניטאַרע כּללים
דער זומערקורס וועט זיך צופּאַסן צו די סאַניטאַרע כּללים פֿון דער שטאָט בערלין און דער דײַטשישער פֿעדעראַלער רעפּובליק.
זײַט וויסן אַז צוליב סאַניטאַרע סיבות וועלן געוויסע לערער און תּלמידים מסתּמא טראָגן מאַסקעס.
וווינונג און עסן
די אָנטייל־נעמער דאַרפֿן אַליין געפֿינען אַן אָרט צו וווינען און זיך פֿאַרזאָרגן מיטן עסן.